חיים בײדער

דיִאַלאָגן

1. אַ געשפּרעך מיט מײַן װײ

--- װער ביסטו? --- איך פֿרעג אים.
--- װאָס, האָסטו נישט דערקענט?
ער כריפּעט:
--- צו קורץ איז, װײַזט אױס, דײַן זכּרון!
--- אָ, גאָט מײַנער! --- טו איך אַ פּאַטש מיט די הענט,
און אױספֿרעגן װײַטער איך דאַרף שױן פֿאַרשפּאָרן.

אָט איבער מײַן קאָפּ,
אָט פֿון לינקס, אָט פֿון רעכטס,
אָט שטרעקט ער זיך אױס,
אָט צונױפֿגעשרומפּט װערט ער.
ער ברומט ---
און איך װײס נישט, צי איז דאָס אַ קרעכץ,
צי גאָר אַ טײַװלאָנישער אפֿשר געלעכטער...

איך טו זיך אַ יאָג ---
אָט אַהין, אָט אַהער,
אַ שװעב אין דער הײך און אַ פֿאַל צו דער נידער.
כ'שטרענג אָן דעם געהער --- נאָר אים כאַפּן איז שװער:
אָט װערט ער אַנטשטומט,
און אָט דונערט ער װידער.

פֿוסטריט און פֿוסטריט ---
װוּ איך גײ, װוּ איך שטײ,
ער לאָזט מיך נישט אָפּ, װי געהאַלטן אין קײטן.
--- װאָס װילסטו?
--- פֿאַרשטײסטו נישט? איך בין דאָך דײַן װײ,
געשיקט פֿונעם גורל --- דיך שטענדיק באַגלײטן.

--- װאָס דאַרפֿסטו?
איך האָב דיר דען װײניק געצאָלט?
אַזױ פֿיל קרבנות איך פֿלעג דיר דאָך ברענגען...
--- כ'דאַרף גאָרנישט...
בלױז אײנס איצט פֿון דיר כ'װאָלט געװאָלט:
דו זאָלסט נישט פֿאַרגעסן
זאָלסט אײביק געדענקען!..

איך טו זיך אַ כאַפּ ---
נאָר ער איז שױן נישטאָ,
װי גאָר אױף דער אמתן װאָלט ער פֿאַרשװוּנדן...
איך רוף אים נישט מער,
װײַל איך װײס --- ער איז דאָ
מיט אײביקן װײ און מיט אָפֿענע װוּנדן...


2. אַ געשפּרעך מיט מײַן האַרץ

אָט איז דאָס װײך,
אָט איז דאָס האַרט,
אָט שלאָגט עס שטיל, אָט נעמט עס קאָכן...
ס'טוט װײ דאָס האַרץ,
ס'טוט װײ דאָס האַרץ,
װי ס'װאָלט נאָדלען דאָס געשטאָכן.

ס'טוט װײ...און װאָס זשע טאָן איך זאָל,
אַז נישט פֿון יענע איז עס לײַדן,
װאָס מיט אַ פּיל פֿון װאָלידאָל
מען קאָן אַ ביסל דאָס פֿאַררעדן?

אַ ריס.
אַ שטױס אונטערן דיך ---
און ס'װערט אין אײגן בלוט דערװאָרגן...
װאָס טוסטו? קאָנסטו דען אין זיך
אַרײַננעמען אַזױ פֿיל זאָרגן?

--- דײַן דאגה, --- כ'פֿרעג עס, --- יענעמס פּײַן?
װאָס גײען אָן דיר פֿרעמדע טרערן?
... נאָר נײן --- עס קען נישט רויִק זײַן:
עס בריט, עס זידט, עס װיל נישט הערן.

דורך טײַכן ס'שפּאַנט,
דורך ברעג עס גײט,
דורך קאָנטינענטן און דורך ימען,
װוּ נאָר אַן עװלה --- איז עס גרײט
זיך שלאָגן מיט דער װעלט צוזאַמען.

די בלאַט --- אַ שלײַדער אױפֿן דיל,
דעם טעלעװיזאָר --- אױסגעשלאָסן.
אַ סוף!
אַן עק!
און אָט איז שטיל ---
קײן פּיפּס,
קײן קלאַנג,
קײן רײד,
קײן שאָסן.

נאָר סײַ װי סײַ עס גיט די שמאַרץ
אַ גלי מיט פֿיבערדיקן צאַפּל.
ס'טוט װײ דאָס האַרץ,
ס'טוט װײ דאָס האַרץ,
ס'באַרויִקט זיך נישט אױף קײן קאַפּל.

װי גרױס די װעלט איז --- ס'פֿילט און הערט.
און אַלע מאָל מיט שאַרפֿקײט נײַער:
װי ס'רױשט דער װינט,
װי ס'קאָכט די ערד,
װי ס'שטורעמט ערגעץ נאָך אַ פֿײַער.

פֿון װעלכן שטאָף איז דאָס געמאַכט,
אַז אַלץ אַזױ ס'זאָל קענען פֿליִען?
... ס'טוט װײ דאָס האַרץ,
ס'טוט װײ דאָס האַרץ,
און כ'קען דעם װײטיק נישט אַנטשטילן...


3. אַ געשפּרעך מיט דער חניפֿה

איך װײס, װי פֿאַלש און מיאוס איז
די מכשפֿה אָט די אַלטע,
נאָר אַלץ די פּרוּװט נאָך לאַקרעץ זיס
אַ קוש טאָן מיך מיט ליפּן קאַלטע.

איך טרײַב זי אָפּ, כ'פֿאַרמאַך די טיר ---
זי שטופּט אַרײַן זיך דורכן פֿענצטער,
זי רײצט, זי חנפֿעט זיך צו מיר:
--- דו ביסט דער בעסטער, ביסט דער שענסטער!..

--- נו, זײַ זיך מודה, --- אומפֿאַרשעמט,
זי װאָרקעט מיט אַ קול אַ טױבן, ---
דו האָסט דאָך ליב, װען דיך מען נעמט
אין פּנים לאַשטשען זיך און לױבן!..

--- אַװעק! --- איך שלײַדער זי אַרױס, ---
דו טשעפּע אָפּ זיך, פֿאַלשע בריאה!
... נאָר חוצפּהדיק זי לאַכט מיך אױס:
--- איך בין --- כאַ-כאַ! --- נאָך אַ מציאה!

איך האַק איר אױס די פֿױלע צײן,
כ'צעשפּאַלט איר צונג,
כ'צעפּלעט איר שאַרבן...
נאָר נאָך אַ מאָל זי קומט צו גײן
און נעמט מיך לײַדנשאַפֿטלעך װאַרגן.

--- כ'בין אײביק! --- גנבֿיש קלינגט איר קול, ---
און כאָטש געטאַדלט און געטריבן
מען האָט מיך, --- זעסטו --- װי פֿיל מאָל,
ביז הײַנט אַ סחורה כ'בין געבליבן!

--- דו לײַגסט! --- איך שרײַ. --- עס קען נישט זײַן!...
און כ'װער מיט מײַן געשרײ דערװאָרגן.
... איך כאַפּ זיך אױף...
מיט העלער שײַן
צו מיר עס שמײכלט דער פֿרימאָרגן.